די פּראָגראַם גיט אײַך די זעלטענע געלעגנהייט זיך צו לערנען די ייִדישע שפּראַך אויף אַן אַוואַנסירטן ניוואָ — און צו לערנען זיך אויף ייִדיש וועגן ייִדיש אין נאָכמלחמהדיקן דייַטשלאַנד. די אָנטייל־נעמער וועלן באַזוכן היסטאָרישע ערטער, ווי דער געוועזענער די־פּי־לאַגער פֿערנוואַלד און ערטער וואָס זענען געווען וויכטיק פֿאַר דער ייִדישער קולטור אין מינכן נאָך דער מלחמה.

בילד: אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“
טעגלעכע פּראָגראַם (פּראָוויזאָריש)
מאָנטיק, דינסטיק, דאָנערשטיק, פֿרייַטיק
- 10:00–11:00 שפּראַך־לעקציע
- 11:00–11:30 קאַווע־הפֿסקה
- 11:30–12:30 שפּראַך־לעקציע
- 14:30–19:00 וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און אַנדערע אונטערנעמונגען
מיטוואָך: טאָג־עקסקורסיע קיין פֿערנוואַלד
- אַ באַזוך אינעם אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“ אין וואָלפֿראַטסהויזן, מיט אַ געפֿירטן שפּאַציר איבערן שטח פֿונעם געוועזענעם לאַגער און דורך דער אויסשטעלונג
- אַ טרעפֿונג און שמועס מיט בערל סאַלאַמאַנדער, וואָס האָט געוווינט אינעם די־פּי־לאַגער פֿערנוואַלד
פֿרייַטיק צו נאַכט
די פּראָגראַם ענדיקט זיך מיט אַ געזעלשאַפֿטלעכן צונויפֿקום: מיר וועלן צוזאַמען מקבל־שבת זייַן און זיך געזעגענען.
שפּראַך־קורסן
די קורסן וועלן פֿאָרקומען אויף צוויי ניוואָען: פֿאַר אַוואַנסירטע, און פֿאַר די, וואָס האָבן אַ גוטע פּאַסיווע קענטעניש פֿון ייִדיש.
רעפֿעראַטן, וואַרשטאַטן און שפּאַצירן (פּלאַנירט)
רעפֿעראַטן
- ייִדישע שרייַבער אין נאָכמלחמהדיקן דייַטשלאַנד
- ייִדישע געשיכטע נאָך דעם חורבן
- ייִדישע קולטור אין מינכן אינעם 20סטן יאָרהונדערט
וואַרשטאַטן
- געשיכטע בעל־פּה אויף ייִדיש
- מאַכן ייִדישע זינס (העפֿטלעך)
- די ייִדישע פּרעסע: די מינכענער „נייַע ייִדישע צייַטונג“
- לייענען ייִדישע כּתבֿ־ידן
- נייַע און שעפֿערישע וועגן צו געדענקען דאָס ייִדישע לעבן אין די די־פּי־לאַגערן און אין נאָכמלחמהדיקן מערבֿ־דײַטשלאַנד
שפּאַצירן
- ייִדישע ערטער אינעם נאָכמלחמהדיקן מינכן
- די רײַכנבאַך־שול
- די מאָנאַצענזיאַ־ביבליאָטעק מיט רחל סאַלאַמאַנדערס אַרכיוו
די פּינקטלעכע פּראָגראַם װעט אַרױס אין די קומענדיקע וואָכן.
אָרגאַניזאַטאָרן
- ד״ר דאַריאַ וואַכרושאָווא, לודוויג־מאַקסימיליאַנס־אוניווערסיטעט, מינכן
- ד״ר טל חבֿר־כיבאָווסקי, מאַרטין־לוטער־אוניווערסיטעט, האַלע־וויטענבערג
- ד״ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן, רעגנסבורגער אוניווערסיטעט
- פֿיליפּ שוואַרץ, הייַנריך־הייַנע־אוניווערסיטעט, דיסלדאָרף
די ווינטער־פּראָגראַם ווערט אייַנגעאָרדנט דורך „ייִדיש אין דייַטשלאַנד“ אין שותּפֿות מיטן אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“ אין וואָלפֿראַטסהויזן.
געשטיצט דורכן ווידעאָ־אַרכיוו א״נ פֿאָרטונאָוו פֿאַר עדותשאַפֿטן פֿונעם חורבן (בייַנעקע־ביבליאָטעק פֿאַר זעלטענע ביכער און כּתבֿ־ידן בייַם יעיל־אוניווערסיטעט) און דורך דער קראָנהיל־פּלעטקאַ־פֿונדאַציע, אין אָנדענק פֿון לילקאַ קראָנהיל ז״ל.









