ווי אַזוי זיך אייַנצושרייַבן
פֿילט אויס דעם אָנלײַן־פֿאָרמולאַר ביז שבת, דעם 31סטן אָקטאָבער 2026, זײַט אַזױ גוט. ביז מאָנטיק, דעם 16טן נאָוועמבער 2026, וועלן מיר אייַך לאָזן וויסן, צי מע האָט אײַך אָנגענומען.
מיט פֿראַגעס שרייַבט אונדז אויף jiddisch.in.deutschland@gmail.com אָדער דורכן קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.

בילד: אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“
קאָסטן
- שׂכר־לימוד: 330 €
- אייַנשרייַב־אָפּצאָל: 50 €
סטיפּענדיעס
סטיפּענדיעס זענען פֿאַראַן פֿאַר אָנטייל־נעמער וואָס דאַרפֿן פֿינאַנציעלע הילף, למשל סטודענטן וואָס באַקומען נישט קיין שטיצע פֿון זייער אייגענעם אוניווערסיטעט.
פֿאָרויסזעצונגען
די פּראָגראַם איז בעיקר באַשטימט פֿאַר אַוואַנסירטע, און אויך פֿאַר די, וואָס האָבן אַ גוטע פּאַסיווע קענטעניש פֿון ייִדיש. זי איז אָפֿן סייַ פֿאַר סטודענטן, סייַ פֿאַרן ברייטערן עולם.
וווינונג און עסן
די אָנטייל־נעמער באַזאָרגן זיך אַליין מיט אַ דירה. מיר וועלן זיי העלפֿן זיך פֿאַרבינדן איינער מיטן אַנדערן. בעת די קאַווע־הפֿסקות וועט מען דערלאַנגען כּיבוד.


