
אינטענסיווע ווינטער־פּראָגראַם פֿאַר
ייִדיש אין מינכן
און פֿערנוואַלד
מיט דער טעמע:
ייִדיש אין נאָכמלחמהדיקן דייַטשלאַנד
22–27 פֿעברואַר 2027
אינטענסיווע קורסן פֿאַר אַוואַנסירטע (צוויי ניוואָען) ❋ רעפֿעראַטן ❋ וואַרשטאַטן ❋ שפּאַצירן איבערן ייִדישן מינכן נאָך דער מלחמה ❋ אַ טאָג־עקסקורסיע קיין פֿערנוואַלד, אַ געוועזענער די־פּי־לאַגער
פֿאַראַן סטיפּענדיעס.
אינסטאַלאַציע: Ann-Kathrin Müller, © VG Bild-Kunst, Bonn 2026
וועגן דער פּראָגראַם
די אינטענסיווע ווינטער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש אין מינכן און פֿערנוואַלד וועט פֿאָרקומען פֿונעם 22סטן ביזן 27סטן פֿעברואַר 2027.
די איין־וואָכיקע פּראָגראַם גיט זיך אָפּ מיט דער געשיכטע פֿון ייִדיש און ייִדן אין דייַטשלאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, בפֿרט אין די לאַגערן פֿאַר ייִדישע „די־פּיס“ (היימלאָזע פּליטים) און אין מינכן. זי איז כּולל שפּראַך־קורסן, וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן אינעם מינכענער לודוויג־מאַקסימיליאַנס־אוניווערסיטעט, ווי אויך געפֿירטע שפּאַצירן וועגן ייִדישן לעבן אין מינכן נאָך 1945.
אַחוץ דעם וועט מען באַזוכן דאָס אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“ אין וואָלפֿראַטסהויזן, וווּ ס׳איז געווען צווישן 1945 און 1957 דער ייִדישער די־פּי־לאַגער פֿערנוואַלד.
די פּראָגראַם איז בעיקר באַשטימט פֿאַר די, וואָס קענען שוין גוט ייִדיש; מע וועט פֿירן די שפּראַך־קורסן אויף צוויי ניוואָען. סטיפּענדיעס פֿאַר באַדערפֿטיקע זענען פֿאַראַן.
אין קורצן
- ווען: מאָנטיק, דעם 22סטן – שבת, דעם 27סטן פֿעברואַר 2027
- וווּ: לודוויג־מאַקסימיליאַנס־אוניווערסיטעט, מינכן; אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“, וואָלפֿראַטסהויזן
- פֿאַר וועמען: אַוואַנסירטע, אויף צוויי ניוואָען
- שפּראַך: די פּראָגראַם קומט על־פּי רובֿ פֿאָר אויף ייִדיש
- לערערינס: שרון בר־כּוכבֿא און נאַטאַליע קריניצקאַ (מעדעם־ביבליאָטעק, פּאַריז)
- קאָסטן: 330 € שׂכר־לימוד און 50 € אייַנשרייַב־אָפּצאָל; סטיפּענדיעס פֿאַראַן
פּלאַקאַטן
צום אַראָפּלאָדן און פֿאַרשפּרייטן (PDF, A3 · JPG).
אָרגאַניזאַטאָרן
- ד״ר דאַריאַ וואַכרושאָווא, לודוויג־מאַקסימיליאַנס־אוניווערסיטעט, מינכן
- ד״ר טל חבֿר־כיבאָווסקי, מאַרטין־לוטער־אוניווערסיטעט, האַלע־וויטענבערג
- ד״ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן, רעגנסבורגער אוניווערסיטעט
- פֿיליפּ שוואַרץ, הייַנריך־הייַנע־אוניווערסיטעט, דיסלדאָרף
די ווינטער־פּראָגראַם ווערט אייַנגעאָרדנט דורך „ייִדיש אין דייַטשלאַנד“ אין שותּפֿות מיטן אָנדענק־אָרט „באַדעהויז“ אין וואָלפֿראַטסהויזן.
געשטיצט דורכן ווידעאָ־אַרכיוו א״נ פֿאָרטונאָוו פֿאַר עדותשאַפֿטן פֿונעם חורבן (בייַנעקע־ביבליאָטעק פֿאַר זעלטענע ביכער און כּתבֿ־ידן בייַם יעיל־אוניווערסיטעט) און דורך דער קראָנהיל־פּלעטקאַ־פֿונדאַציע, אין אָנדענק פֿון לילקאַ קראָנהיל ז״ל.












